זוזאנע קאפוטאווע, א 45 יעריגע אדוואקאט מיט ליבעראלע אנשויאונגען און גאנץ קנאפע פאליטישע ערפארונג, האט איבעראשט די וועלט ווען זי איז ארויסגעקומען מיט א שטארקע אויבערהאנט אין די פרעזידעטליכע וואלן אין סלאָוואָקיי. קאפוטאווע האט קאמפיינ'ט אויף א פראגרעסיווע פרא-אייראפעאישע און אנטי-קארופציע פלאטפארמע, און געווינען מיט אן איבערהאנט פון כמעט צוואנציג פראצענט. אין איר זיג רעדע, האט זי זיך באדאנקט פאר אירע שטיצערס אין אלע פינף שפראכען וועלכע ווערן גערעדט אין לאנד, און פאשפראכן צו ברענגען אן ענדע צו די עטנישע און נאציאנאליסטישע צוטיילונגען אין לאנד. סלאָוואָקיי איז א פארליאמענטארישע דעמאקראטיע און די פרעזידענט פארמאגט נישט צופיל מאכט, אבער זי קען לייגן א וועטא אויף געזעצן און נאמינירן וויכטיגע רעגירונג באאמטע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל