נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע רונדע פון די פרעזידענטליכע וואלן אין אוקראינע, און ביים שפיץ איז ארויסגעקומען וולאַדימיר זעלענסקי מיט דרייסיג פראצענט שטיצע צווישן איבער דרייסיג קאנדידאטן, און זיין נענטסטע קעגנער האט גענאסן פון בלויז זיבעצן פראצענט שטיצע, א זאך וואס גיבט אים א גוטן שאנס צו געווינען דעם צווייטן רונדע און ערוועלט ווערן אלס פרעזידענט.
זעלענסקי איז אן אומגעווענליכער קאנדידאט, א 41 יעריגער אידישער קאמעדיאנט און אקטיאר וועלכער האט אין די לעצטע יארן געשפילט די ראלע פון אוקראינער פרעזידענט אין א פאפולארער טעלעוויזיע שפיל, און פון אנהויב איז זיין קאנדידאטור באטראכט געווארן אלס א שטופערישער וויץ, אבער א דאנק זיין אנטי-קארופציע קאמפיין האט ער געווינען שטארקע פאפולאריטעט און יונגע אוקראינער זעען אין אים א האפענונג פאר א בעסערן צוקונפט.
זעלענסקי וועט ארויפגיין צום צווייטן רונדע אין א צוויי שפיציגער קעגן דעם אמטירנדער פרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, וועלכער איז אריינגעקומען אין אמט אין 2014 נאכדעם וואס דער פרא-קרעמעלין פרעזידענט וויקטאר יאנוקאוויטש איז אנטלאפן פון לאנד אין לויף פון א נאציאנאלע אויפשטאנד, אבער אין ליכט פון שטארקע קארופציע און א שווערע זיכערהייט צושטאנד האט ער פארלוירן זיין פאפולאריטעט און געוויסע אנקעטעס זעען פאר א געווינס פאר זאלענסקי.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה