די פארטיי פונעם טערקישער דיקטאטור ראַסיפ טאַיעפ ערדאַוואַן האט געליטן א נידערלאגע אין די לאקאלע וואלן וואס זענען נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין לאנד, א זאך וואס ווערט געזען אלס פערזענליכע קלאפ פאר׳ן פרעזידענט וואס האט העפטיג קאמפיינט פאר זיין פארטיי, און הייבט די מאראל פון די אונטערדרוקטע אפאזיציע וואס ווערט אונטערדרוקט דורך ערדאַוואַן אין די לעצטע צוויי יאר אויף א סיסטעמאטישע פארנעם. טראץ וואס ארדואן׳ס פארטיי האט גענאסן פון א שמאלע אויבערהאנט נאציאנאל, איז די אפאזיציע פארטיי ארויסגעקומען מיט אן אויבערהאנט אין די צוויי הויפטשטעט — אנקארא און איסטאנבול, און דערמיט געענדיגט זעכצן יאר וואס ערדאַוואַן׳ס ״יוסטיץ און אנטוויקלונג״ פארטיי האט גענאסן פון אויסשליסליכע קאנטראל אין ביידע שטעט.

די קלאפ אין איסטאנבול איז ספעציעל שווער פאר ערדאַוואַן צו פארדייען, וויבאלד ער האט דארט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע ווען ער איז ערוועלט געווארן אלס מעיאר אין 1994, און זינט דאן האט זיין פארטיי דארט אנגעהאלטן די מאכט. דער אויסגאנג איז געווען גאר ענג, און ערדאַוואַן האט שוין פארשפראכן אז ער אקצעפטירט נישט די אויסגאנג און ער וועט נעמען שריט צו אנולירן די רעזולטאטן. די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן אין ליכט פון א עקאנאמישע קריזיס וואס פלאגט דאס לאנד, און עס איז געזען געווארן א פרעצדענטלאז הויכע טורנאַויט פון איבער 85 פראצענט פון די וויילער. דאס איז די ערשטע רעפעראנדום אויף די ערדאַוואַן רעזשים, זינט ער האט איבערגענומען כמעט אויסשליסליכע מאכט מיט א יאר צוריק.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל