א גרופע פון עלטערן וועלכע גלייבן אז וואקסינען זענען שעדליך זאגן אז די לעצטע פארארדענונג פון מעיאר דעבלאַזיאָ וועלכע פארלאנגט אז געזעצליך מוז יעדעס קינד וואקסינירט ווערן פארלעצט זייערע רעכטן אלס עלטערן צו באשליסן אויב זיי ווילן וואקסינירן די קינדער. זיי האבן אויפגעומען דעם ריכטער מייקל סאסמאן וועלכער האט באוויזן צו באקעמפן א ענליכע פארארדענונג אין ראקלענד קאונטי מיט ערפאלג. דער אויסערארדענטליכע באשלוס פון די-בלאזיא איז גאר פרעצעדענטלאז און קומט צוליב א פאניק פון די העלט דעפארטעמנט אז דער לאקאלער אויסברוך קען צוריקברענגען א נאציאנאלע מיזעלס אונטערגאנג נאכדעם וואס מען האט דאס באוויזן צו אויסראטן, א מיזעלס אויסברוך איבער׳ן גאנצן לאנד קען ברענגען צענדליגע טויזנטער פאטאליטעטן, ספעציעל צווישן עלטערע מענטשן און פיצלעך קינדער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל