אויטאָריטעטן האָבן געמאַכט נאָך אַן אַרעסט אין פאַרבינדונג צו די לב טהור קולט איבערנאַכט. יחזקאל משה מתתיהו מלכה איז אַרעסטירט געווארן דורך פעדעראַלע אַגענטן. אין די אינדייטמענט ווערט אויסגערעכנט אז די ראדיקאלע רשעים האבן באצווינגען דאס לעבן פון זייערע אינטערטאנען מיט געמיינע מיטלען, ארייגערעכנט פארכאפן, באשווינדלען, אויס'נער'ן, קידנעפּ'ן קינדער, אלעס אין די נאמען פון אידישקייט און שיטה. ער ווערט אנגעקלאגט פאר קידנעפּינג און קאָנספּיראַציע צו שטערן גערעכטיגקייט (אַבסטראָקשען אוו דזשאָסטיס).

די קייט פון פארברעכען אין די אנקלאגע הייבט זיך אָן דעצעמבער 8, 2018, ווען די צוויי טעללער קינדער זענען גע'קידנעפּ'ט געווארן שבת פון זייער מאמע'ס שויס וואָודרידזש מיט אפענע חילול שב"ק, אלעס פאר די חוצפה פון פרובירן צו אנטלויפן פון זייערע נעגל (וואס דער שוין-טויטער קולט פירער שלמה העלבראנץ פלעגט זאגן אז יעדער מעג אוועקגיין ווען זיי ווילן...) די פארשוינען האבן אפגעטוהן א ביליג שפיצל דורכ'ן גיבן פאר איינע פון די קינדער א סעלפאון אָהן די מאמע'ס וויסן, און קאמיוניקירט דערמיט, אזוי ארום מיטהאלטנדיג די פונקטליכע לאקאציע פון זייער באהאלטעניש.

די קינדער זענען עווענטועל געראטעוועט געווארן אין מעקסיקא דעצעמבער 27, 2018 אין אן אָפּעראַציע וואס האט אריינגענומען די עף.בי.איי., אינטערפּאָל, די אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט און די מעקסיקאַנער פּאָליציי. די קינדער זענען געפונען געווארן אין א האטעל מיט צוויי טונקעלע לב טהור יונגען, און זענען צוריקגעברענגט געווארן צו זייער מאמע אין ניו יארק.

דאס פאלגט נאך די ארעסטן פון נחמן העלבראנץ, מאיר ראזנער, יעקב ראזנער און אהרן ראזנער. אין די אינדייטמענט ווערט דערמאנט אז ער האט געהאט נאך מיטארבעטער, אריינגערעכנט אזעלכע וואס די פּראָקוראָר ווייסט נישט זייערע נעמען.

👈 זעהט: די פולע אינדייטמענט
👈 לייענט: אומקום פון שלמה העלבראנץ ברענגט געמישטע געפילן ביי די אלוועלטליכע אידנטום (בילדער און ווידיאס)




באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל