ווארענונג: די ווידיא איז גאר גרויזאם!

שוידערליכע ווידיא איז ארויפגעשווימען פון די נעכטיגע בראַזילער שולע שיסער באטראכטענדיג רואיג די ארום פאר'ן ארויסציען א ביקס און נעמט זיך אראפשיסן און ארומיגע און דאן באוווייזט זיך זיין שותף וואס אטאקירט די אראפגעפאלענע מיט א מעסער. אַכט מענטשן זענען אומגעברענגט געווארן דורך די צוויי מערדערס.

דער זיבצען יעהריגער רוצח גוילהערמע טאַוקסי מאַנטיעראָו ווערט געזעהן וואו ער שפאצירט אריין אין די פארצימער פון די סאַו פּאַולאָ שולע און שיסט דעם שולע פרינציפל און אן אנדער'ן איינגעשטעלטער, און דאן ליפט ער זוכן פרישע קרבנות. זיין 25 יעהריגער מיטארבעטער לואיז הענריק דע קאַסטראָ קומט דאן אריין מיט א הויפן געווער, און נעמט זיך שטעכן מיט א מעסער די שוין-געפאלענע מענטשן, פאר עס האט אויסגעקליבן אנדערע קרבנות פון די אנטלויפענדע מאסן. זיי האבן אויסגעקוילערט אכט מענטשן, אריינגערעכנט זעקס סטודענטן.

ווארענונג: די ווידיא איז גאר גרויזאם!


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל