הויז רעפובליקאנער האבן זיך פאראייניגט מיט די דעמאָקראַטן, ווען די רעפרעזענטאטן הויז האט היינט דורכגעפירט אַ רעזאָלוציע צו פארלאנגען דאס פובליצירן דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער'ס באריכט איבער די רוסישע אויספאָרשונג נאָכדעם וואס ער גיבט דאס איבער צו אטוירני דזשענעראל וויליאם באר.

די נישט-בינדענדע רעזאָלוציע איז באשטעטיגט געווארן 420-0, מיט פיר רעפובליקאנער הויז מיטגלידער וואס האבן געשטימט "דאהי" (געשטימט נישט צו שטימען). עס רופט פאַר די מוללער רעפארט עפנטליך ארויסגעשטעלט צו ווערן  - אויסער די קלאַסיפיצירטע מאַטעריאַל. די רעזאָלוציע רופט אויך פאַר די באַריכט געשיקט צו ווערן צו קאנגרעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל