א געריכט אין דייטשלאנד האט אפגעווארפן א פארלאנג פון יורשים פון א אידישער מאלעריי זאמלער פון פראנקרייך, וואס האבן געוואלט מען זאל קאנפיסקירן א טייערע מאלעריי וואס האט באלאנגט צו זייער פאטער געטסאן לעווי פון פראנקרייך און די נאציס האבן עס פארכאפט. דער מאלעריי געהערט יעצט צו א מוזעאום אין יוסטאן, טעקסאס, און עס איז נישט געלונגען פאר די פאמיליע עס צו צוריקבאקומען. און זיי האבן דעריבער געוואלט אויסנוצן די צייט וואס עס איז פארבארגט פאר א מוזעאום אין דייטשלאנד פאר אן אויסשטעלונג אויף צו נעמען לעגאלע שריט, אבער דאס געריכט האט געזאגט אז די פאמיליע דארף שליכטן דעם קלאגע מיט דעם יוסטאן מוזעאום.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל