גאווערנער קאומא האט נעכטן געזאגט אז ער האט נאכנישט אויפגעגעבן אויפ׳ן פלאן פון ברענגען עמעזאן קיין ניו יארק, זאגנדיג אז ער אפעלירט נאך צו די פירער פון עמעזאן צו ברענגען אהער זייערע הויפטקווארטירן טראץ די פראבלעמען אין וועלכע זי האט זיך אנגעשטויסן. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ארום 78 פאליטישע באאמטע האבן פארעפנטליכט אן אפענע בריוו צו עמעזאן אינעם ״ניו יארק טיימס״ אין וועלכע זיי דרוקן אויס אנטוישונג איבער די באשלוס פון עמעזאן זיך צו ארויסציען פון ניו יארק אין ליכט פון די קריטיק, און בעטן פון די פירערשאפט דאס צו ווידער באטראכטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל