אנגעהויבן היינט, וועט די וועלטס-בארימטער דזשעי.פּי. אפדעיטס - דער אייגענטומער פון "פיינע נייעס" - ארויסקומען טעגליך מיט א ווידיא וואס וועט אפשפילן די נייעס פונעם טאג אויסגעשטעלט לויט די היימישע גייסט.
אינדערצייט וואס מענטשן אין די היינטיגע פאריאגטע איבער-סטימולירטע וועלט האבן נישט די געדולד צו לייענט דעטאלירטע באריכטן און אפילו נייעס קעפלעך און גלייכן ענדערש ווידיאס צו באקומען די לעצטע נייעס, זענען די אלגעמיינע ווידיאס אויסגעשטעלט מיט שווערער נסיונות פון ראיות אסורות.
אין א דורכבראך פון איכא דרכא אחרינא, וועט יעדע ביזנעס טאג ארויסגעגעבן ווערן אן איידעלע ווידיא מיט די לעצטע נייעס אין א געשמאקע פארמאט און אויסגעהאלטן לויט די היימישע ווירדן, עקסקלוסיוו אויף אונזער יו-טוב טשענעל, און וועט אויך זיין באוויזן דא אויף די וועבסייט. עס וועט אויך ווערן טעגליך ארויפגעלאדענט צו די "JP פיינע נייעס" טשענעל אויף טעלעגראם.

הוסף רשומת תגובה