וואַשינגטאָן - די דעמאָקראַטישע פארטיי האט אויסגעקליבן מילוואָקי אפצוהאַלטן איר 2020 נאציאנאלע קאָנווענשאָן, באשלוסענדיג צו נאָמינירן איר קעגענער צו פרעזידענט טראָמפּ אין די שליסל בעטלגראַונד סטעיט וויסקאָנסין.

די טשעירמאן פון די דעמאָקראַטישע נאַציאַנאַלע קאָמיטע טאַם פּערעז האט געמאלדן אַז די קאָנווענשאָן פון יולי 13-16, 2020, וועט אפגעהאלטן ווערן אין מילוואָקי. "די אויסקלויב איז אַ דערקלערונג פון אונזער ווירדן, און איך האב הנאה אז מילוואָקי וועט זיין די גאַסטגעבער פאר די 2020 דעמאָקראַטישע נאַציאַנאַלע קאָנווענשאָן. די דעמאָקראַטישע פארטיי איז די פּאַרטיי פון ארבעטער, און מילוואָקי איז אַ שטאָט פון ארבעטס מענטשן. מיר האבן געזעהן אין די לעצטע וואַלן וואָס מיר קענען באווייזן ווען מיר קומען זיך צוזאַם, אינוועסטירן, און קעמפן פאַר ארבעטס מענטשן, און דאָס איז באוויזן געווארן דאָ אין וויסקאַנסין.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל