די הויז איז היינט דורכגעפאלן אין איר פראוו אַראָפּצושטימען פּרעזידענט טראָמפּ'ס ערשטער וועטאָ און לאָזט לויפן זיין עמורדזשענסי דעקלעראַציע ביי די מעקסיקאַנער גרעניץ. די הויז האָט געשטימט 248-181 לטובת די פּרעזידענט'ס וועטאָ און געלאזט אין גאנג טראָמפּ'ס עמורדזשענסי דעקלעראַציע - פארלירענדיג מיט 38 שטימעס פון די צוויי-דריטל מערהייט וואס עס פארלאנגט זיך צו דורכפירן אזא רעזאלוציע אין די נידעריגער קאָנגרעס הויז. די ביל איז דורכגעגאנגען מערסטענס לויט די פּאַרטיי ליניעס מיט בלויז 14 רעפּובליקאַנער שטימענדיג פאר די וועטאָ אַראָפּצושטימונג.

טראָמפּ'ס עמורדזשענסי דעקלעראַציע האָט געצויגן אָנאַנימער אָפּאָזיציע פון ​​קאנגרעסיאָנאַלע דעמאָקראַטן און אָפּאָזיציע פון ​​עטליכע רעפּובליקאַנער, ספּעציעל אין די סענאַט, וואו געזעצגעבערס האבן דורכגעפירט א רעזאלוציע אין ביידע הייזער אַז ער אַביוז'ט פּרעזידענטליכע מאכטן.

די פּענטאַגאָן האָט געשיקט די געזעצגעבערס אַ ליסטע פאריגע וואָך פון הונדערטער מיליטערישע קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן וועלכע קענען געשניטן ווערן צו באַצאָלן פאַר די אַרבעט צו בויען טראָמפּ'ס וואנט. כאָטש די ליסטע איז געווען אומגעענדיגט, האבן די דעמאָקראַטן גע'טענה'ט אז רעפובליקאנער געזעצגעבערס ריזיקירן לאקאלע באזעס צו באַצאָלן פאַר די וואַנט.

קאנגרעס - צו וועם די קאנסטיטוציע באשטימט קאָנטראָל איבער שפּענדינג - האט געשטימט עטליכע וואָכן צוריק צו צושטעלן ווייניגער ווי 1.4 ביליאן פאַר די וואנט. קעגנערס האָבן אנגעוויזן, אז אויסער וואס טראמפ פארכאפט קאנגרעס' ראָלע אין מאכן שפּענדינג באַשלוסן, לייגדענט ער איין צוקונפטיגע דעמאָקראַטישע פּרעזידענטן אויסצומיידן די געזעצגעבערס דורכ'ן דערקלערן עמורדזשענסיס צו פינאַנצן זייער אייגענע פּראָיעקטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל