די רעפובליקאנער-געפירטע סענאט האט היינט באשטעטיגט א רעזאַלוציע, וואס וועט קענסלען פרעזידענט טראָמפּ'ס נאציאנאלע עמורדזשענסי דערקלערונג צו קאנפראנטירן, וואס ער האט גערופן "א קריזיס" אין די דרום גרעניץ - א שטוינענדע און זעלטנע חוצפה פאר דער קאמענדאר אין טשיעף פון זיין אייגענע פארטיי. דער סענאט איז לייכט אַראָפּגעשטימט די דעקלעראַציע, מיט בערך אַ טוץ רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט מיט אַלע די דעמאָקראַטן און די צוויי אינדעפענדענטס. אָבער טראָמפּ האָט צוגעזאגט צו וועטאירן די רעזאלוציע, וואָס מיינט אַז אויב ער באווייזט דורכצוקומען אלע געריכט קלאגעס און אנדערע ערווארטעטע שטרויכלונגען, וועט ער קענען פרייערהייט ארומפירן ביליאנען דאלער אין פעדעראלע פאנדן צו די גרעניץ וואנט, וואס ער האט לעצטענס געזאגט אז מעקסיקא באצאהלט שוין מיט די נייע האנדל אפמאך, נאכפאלגענדיג זיין ערשטע קאמפיין שלאג-ווארט אז מעקסיקא וועט דאס באצאהלן מיט א צאלונג.

דאס וועט זיין טראמפ'ס ערשטע וועטא זינט ער האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן, און עס זעהט נישט אויס א מעגליכקייט פון קאנגרעס אראפצושטימען זיין וועטא, צוליב די אוממעגליכקייט צונויפצוקראצן די פארלאנגטע צוויי-דריטל פון ביידע לעגיסלאטיווע הייזער. א ווייסע הויז אָפיציעל האט געווארנט אַז טראָמפּ, וואָס פארלאנגט געטריישאפט איבער אלעם, וועט נישט פאַרגעסן זייער פארראט ווען סענאַטאָרן בעטן ער זאל זיך באטייליגן ביי זייערע פאנדרעיזינג דינערן אָדער אנדערע הילף. דער פרעיזידענט אליינס האט זיך ארויסגעלאזט - ווי דען? - אויף טוויטער צו האקן אויף די רעפובליקאנער סענאטארן וואס זענען נישט געגאנגען אין פארטייאישע שפאן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל