פויבסט פראנציס פון רוים - דער גייסטליכער פירער פונעם קאטוילישן וואטיקאן - האט געמאלדן אז ער וועט שענקן צוטריט צו פארשער צו די געהיימע ארכיוון פונעם וואטיקן אין די צייטן פונעם צווייטן וועלט קריג, כדי צו געבן א געלעגנהייט פאר היסטאריקער זיך צו דערגרונטעווען איבער די טונקעלע היסטאריע פון דעם וואטיקאן אין די צייט פונעם צווייטן וועלט קריג ווען זיי זענען געשטאנען אין די זייט און צוגעלאזט דעם מארד פון מיליאנען אידן אויפ׳ן אייראפעאישן באדן. די ארכיוון וועלן איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן דעם לאנג-יעריגן געפעכט צווישן דעם וואטיקאן און היסטאריקער, איבער די ראלע פונעם וואטיקאן ביים קריג, די וואטיקאן האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז זי האט גענוצט אונטער-די-קוליסן דיפלאמאטיע צו ראטעווען אידישע לעבנס, אבער היסטאריקער זאגן אז זי איז געזיצן מיט פארלייגטע הענט און וואלט געקענט טוהן פיהל מער צו פארמיידן די גרוילטאטן.

דער ״יד ושם״ אינסטיטוציע האט אויסגעלויבט דעם באשלוס, און פילע דרוקן אויך אויס האפענונג אז די ארכיוון וועלן העלפן אידענטיפיצירן טויזנטער אידישע קינדער וועלכע זענען באהאלטן געווארן אין קירכעס איבער אייראפע, אריינגערעכנט פיצלעך קינדער וועלכע זענען געטויפט געווארן צו קריסטנטהום און ווייסן גאר ווייניג איבער זייער אידישע אפשטאם.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל