דער דעפיוטי אטוירני דזשענראל מעט וויטעקער וועלכער האט האט געדינט פאר עטליכע מאנאטן אלס אטוירני דזשענעראל, האט געמאלדן אז ער פארלאזט דעם יוסטיץ דעפארטמענט. דאס קומט עטליכע טאג נאכדעם וואס דער נייער אטוירני דזשענעראל וויליאם באר איז געווארן איינגעשוואוירן צו דעם פאזיציע. וויטעיקער האט געהאט אויסצושטיין שטארקע קריטיק פון די דעמאקראטן, וועלכע האבן אים באשולדיגט אין דינען פרעזידענט טראמפ׳ס אינטערעסען אינעם יוסטיץ דעפארטמענט. ער האט נישט אנגעגעבן קיין סיבה צו זיין רעזיגנאציע. עס ווערט געשאצט אז ער וועט זיך אומקערן צום פאליטישן פעלד אין די רעפובליקאנער פארטיי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל