צו די ברייטע פעלד פון דעמאקראטישע קאנדידאטן, האט זיך היינט אנגעשלאסן דער געוועזענער גאווערנער פון קאלאראדא דזשאן היקאנלופער, זייענדיג דער צווייטער געוועזענער גאווערנער זיך צו אנשליסן אינעם פארמעסט נאך דעם מעלדונג פונעם וואשינגטאן גאווערנער דזשעי אינסלי. היקענלאפער איז א קאלירפולער פיגור מיט א שארפער הומאר און א קאנטראווערסיאלע פארגאנגנהייט, אבער האט זיך געמאכט פאפולער נאציאנאל אלס א געלונגענער גאווערנער און א רעקארד פון צוזאמעברענגען ביידע פארטייען אין קאלאראדא צו דורכפירן דעמאקראטישע פאליסיס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל