דעמאקראטן אינעם קאגרעסיאנאלע איבערזיכט קאמיטע האבן אנאנסירט א פארצווייגטע אויספארשונג צו אריינקוקן אין פרעזידענט טראמפ׳ס אנגעבליכע ״אבסטרוקציע פון יוסטיץ״ פארלעצונגען, דאס הייסט אז ער האט אינטערווענירט אין אנגייענדע אויספארשונגען און געשטערט דעם לעגאלן פראצעדור פון אויספארשונגען איבער רוסלאנד, איבער וואל שווינדל, און נאך.

דער אויספארשונג וועט אויך אריינקוקן אין אנגעבליכע שווינדלערייען אינעם טראמפ ארגאניזאציע און אין דעם פרעזידענט׳ס ביזנעס אונטערנעמונגען. דער קאמיטע האט היינט ארויסגעשיקט איבער 80 בריוו צו איינגעשטעלטע אין די אדמיניסטראציע, דער פרעזידענט׳ס ביזנעס איינגעשטעלטע, יוסטיץ דעפארטמענט באאמטע זיי צו רופן פאר א פארהער פארנט פונעם קאמיטע. דער קאמיטע פארזיצער דזשערי נאדלער האט געזאגט אז די אויספארשונג וועט אריינקוקן אויב עס איז דא א לעגאלע באדן פאר אימפיטשמענט. דער אויספארשונג קומט אין די זעלבע צייט וואס דער מולער אויספארשונג קומט צו אן ענדע און פילע פון די עדות וועלן זיי די זעלבע, און דעריבער טוען פילע אין וואשינגטאן קריטיקירן די דעמאקראטן פאר׳ן פארלענגערן דעם סאמאטוכע ווען עס האט שוין אויסגעקוקט אז עס קומט צו אן ענדע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל