סייבער עקספערטן זאגן אז אין די לעצטע אכצן חדשים זינט עס האבן זיך אנגעהויבן די פארהאנדלוגנען צווישן צפון קארעא און אמעריקע האט צפון קארעא פארשטערקערט אירע סייבער אטאקעס און העקעריי קעגן מערב וועלט רעגירונגען און ביזנעסער, און דורכגעפירט איבער 100 סייבער אטאקעס קעגן פירמעס און רעגירונג אגענטורן און אמעריקע און אין אייראפע.

די פירמע ״מעקאפי״, וועלכע איז די סאמע גרעסטע סייבער זיכערהייטס פירמע אין אמעריקע, זאגן אז זיי האבן באקומען צוטריט צו א קאמפיוטער סיסטעם אין צפון קארעא וועלכע צייגט פיבערהאפטיגע פארזוכן פונעם רעזשים צו אינפילטרירן קאמפיוטער נעצן אין די מערב וועלט, און איבער הונדערט פעלער איז זיי געלונגען טיילווייז צו באקומען צוטריט צו סענסיטיווע סיסטעמען. די מערהייט פון די אטאקעס זענען קעגן פירמעס אין אמעריקע, הויפטזעכליך אין די אויל אינדוסטרי, אבער אויך קעגן אנדערע לענדער אין אייראפע און אויך מדינת ישראל. אזוי אויך האבן זיי אינפילטרירט סיסטעמען פון בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס. לויט די פירמע זענען די אפעראציעס גאר סאפיסטיקירט און ווערן דורכגעפירט דורך הונדערטער טרענירטע סייבער עקספערטן אין צפון קארעא.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל