א לוסט שיף מיט כמעט 1,400 פּאַסאַזשירן און מאַנשאַפט מיטגלידער האט פאַרלוירן מאָטאָר קראפט אין שווערע ווינטן און כוואליעס פון מער ווי 25-פיס הויך נעבן דעם ברעגעס פון נאָרוועגיע דעם שבת, פארוואונדענדיג עטליכע מענטשן און ברענגענדיג אַ פארזיכטיגע עוואַקואַציע וואס וועט נעמען לאנגע שעות. די עוואַקואַציע פון די שיף, גערופן די ווייקינג סקיי, האט זיך אנגעהויבן בערך 2 נאכמיטאג לאקאלע צייט, און זיך אריינגעצויגן אין די פינצטערניש פון דעם פרי מאָרגן. ביי 4 פארטאגס, זענען בלויז 280 פון די 1,373 מענטשן אַוועקפירט געווארן.

ווען העליקאָפּטערס קומען אָן צו די שיף, ווערן רעטונג באאמטע אראפגעלאזט צו ראטעווען פּאַסאַזשירן דורך שטריק, איינס אויפאמאל, אין ווינטן וואס בלאזן מער וואו 45 מייל פער שטונדע. איינמאל די העליקאָפּטערס ווערט אָנגעפילט מיט 10-15 מענטשן, פליעט זי צוריק צו די טריקעניש זיי אראפצולייגן פאר'ן צריקפליען צום שיף פאר נאך א מיסיע.

הונדערטער אנדערע מענטשן ווארטן דערווייל, אנגעטוהן מיט רעטונג וועסטלעך, אין אַ דראַמאַטישע סצענע אפגעכאפט דורך בילדער און ווידיאס ארויפגעלייגט אויף טוויטער און אנדערע סאשעל מידיא. די בילדער ווייזן די ווייקינג סקיי זיצענדיג אינמיטן ווארפענדע ווינטן און שוימיגע כוואליעס. וואַסער קענען געזעהן ווערן אנפילענדיג די שיף און מעבל גליטשט פון איין זייט צום אנדערן.










קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל