זעקס און צוואנציג מענטשן זענען אומגעקומען און 28 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס א לוסט באָס איז אויפגעגאנגען אין פלאמען אין צענטראַלע כינע'ס הונאַן פּראָווינץ פרייטאג. די פארוואונדעטע, אַריינגערעכנט פינף אין קריטישע צושטאַנדן, זענען אריינגעיאגט געווארן צו דריי לאקאלע שפיטעלער פאַר באַהאַנדלונג.

דער עקסידענט האט פּאַסירט פרייטאָג אָוונט ווען די 59-זיצן אויטאָבוס איז פּלוצלינג אויפגעגאנגען אין פלאמען אויף אַ שאָסיי אין האַנשאָו קאַונטי אין די שטאָט פון טשאַנדע. עס זענען געוווען 56 מענטשן אויפ'ן באס, אַריינגערעכנט 53 פּאַסאַזשירן, צוויי דרייווערס און אַ טור גייד. די צוויי דרייווערס זענען ארעסטירט געווארן און אַ אויספאָרשונג וועט דורכגעפירט ווערן איבער וואס עס האט געברענגט די אינצידענט.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל