פארשטייער פון אמעריקע און כינע געפונען זיך היינט און מארגן אין וואשינגאטן אין א פרווו צו שליסן אן אפמאך וועלכע זאל ענדיגן דעם האנדלס שטרייט צווישן כינע און אמעריקע, אן אפמאך וועלכע איז די רעזולטאט פון זיבן מאנאטן פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען צווישן די צוויי לענדער אין ליכט צו שליכטן די קעגנזייטיגע האנדלס באגרעניצונגען וואס די לענדער האבן געלייגט איינע אויפ׳ן צווייטן. היינט איז באריכטעט געווארן אז די צוויי זייטן האבן זיך שוין געאייניגט אויף די הויפט פונקטן פון א היסטארישן אפמאך, וועלכע וועט אדרעסירן די פילע טענות וואס אמעריקע האט איבער אומיושר׳דיגע האנדלס טאקטירן פון די כינעזער רעגירונג.

דער אפמאך וועט אדרעסירן זעקס טעמעס: סייבער פארברעכנס און טעכנאלאגיע גניבות; ביזענס שפיאנאזש און פאטענט געזעצן פארלעצונגען; וואלוטע מאניפולאציע; אגריקולטור אימפארט און עקספארט; געוויסע סעקטארן פון שטייער-פרייע האנדל צווישן די צוויי לענדער; און איינשטעלן רעגולאציעס איבער סערוויס-עקספארט (למשל א כינעזער פירמע דינגט אן אמעריקאנער אדוואקאט, וויאזוי צו מאנען די שטייער). די צוויי זייטן האבן געהאט געשטעלט א ציל צו אונטערשרייבן דעם פולן אפמאך נישט שפעטער ווי דעם ערשטן אין מערץ. פרעזידענט טראמפ האט דעם דינסטאג אויסגעדריקט צופרידנהייט מיט די פראגרעס פון די פארהאנדלונגען, און האט צוגעלייגט אז אויב עס פעלט זיך אויס קענען די פארהאנדלונגען אנהאלטן שפעטער ווי דעם ערשטן אין מערץ. אבער לויט באריכטן אין דעם ״רויטערס״ נייעס קוואל, האלטן די צוויי גרויסמאכטן אויפ׳ן שוועל פון שליסן אן אפמאך.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל