די פאליטישע מאפע אין מדינת ישראל איז נעכטן אריבער א דראסטישע טויש, ווען די צוויי גרעסטע פארטייען אינעם צענטער האבן געמאלדן אז זיי וועלן זיך פאראייניגן און לויפן אויף איין פלאטפארמע, מיט׳ן ציל צו אנידערזעצן ביבי נתניהו פונעם בענקל, און אויפשטעלן א צענטער-לינקע קאאליציע נאך די וואלן. דער ניי-פארמירטע פארטיי פון דעם געוועזענעם גענעראל בעני גאנץ האט זיך אנגעשלאסן מיט דעם ״יש עתיד״ פארטיי אין שפיץ פון יאיר לפיד, און עס האט זיך אין זיי אנגעשלאסן דער געוועזענער גענעראל גבי אשכנזי. די צוויי האבן געמאלדן אז אויב זיי געווינען, וועלן גאנץ און לפיד דינען אלס פרעמיער מיניסטארן אין ראטאציע, די ערשטע צוויי יאר גאנץ און דאן לפיד.

אין די ביז יעצטיג אנקעטעס האט די ״חוסן לישראל״ פארטיי פון גאנץ ארום 22 מאנדאטן, און יש עתיד פון יאיר לפיד ארום 11 מאנדאטן, און געוויסע אנקעטעס זאגן אז א פאראייניגונג צווישן זיי קען ברענגען ארום 35 מאנדאטן, עטוואס העכער ווי די 32 מאנדאטן וואס דער ״ליכוד״ פארטיי איז ערווארטעט צו געווינען, און אזוי ארום וועלן זי ארויסקומען די גרעסטע פארטיי און פארמירן די קומענדיגע רעגירונג. דער פראבלעם איז אבער אז אויף צו פארמירן א רעגירונג פעלט זיך אויס א מינימום פון 61 מאנדאטן, און לויט אלע אנקעטעס פארמאגן די רעכטע פארטייען אינאיינעם מיט די חרדים א בלאק פון איבער 61 מאנדאטן, און חרד׳ישע פארטייען האבן שוין קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט זיצן מיט לפיד, דעריבער איז שווער צו אויסמאלן א פאליטישע מאפע אין וועלכע די צענטריסטישע פארטייען קענען פארמאגן גענוג בענקלעך אויף צו פארמירן א רעגירונג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל