אין אן אינטערוויו מיט די ״באפעלאו ניוז״ האט פרעזידענט טראמפ זיך באצויגן צו די עקאנאמישע שוועריגקייטן פון איינוואוינער אין אפסטעיט ניו יארק. דער פרעזידענט האט ארויסגעהויבן די פאקט אז טראץ וואס ער האט פארלוירן ניו יארק האט ער אבער געווינען א גרויסע טייל קאונטיס אינעם אפסטעיט געגענט, און אונטערגעשטרעכן אז די איינוואוינער דארט זענען מער קאנסערוואטיוו אבער אין אלבאני רעכנט מען זיך נישט מיט זיי וויבאלד די מערהייט ניו יארקער וואוינען אין דאונסטעיט וואס רעכנט אריין ניו יארק סיטי, לאנג איילענד און די האדסאן וועלי.

דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער רעקאמענדירט רעפובליקאנער אין ניו יארק זיך צו אוועקציען פון ניו יארק, די באמערקונגען פונעם פרעזידענט זענען באגריסט געווארן דורך רעפובליקאנער פארשטייער אין אלבאני, דער געוועזענער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר גאווערנער קארל פאלאדינא האט געזאגט ״ניו יארק איז געווארן א צווייטע קאליפארניע, רעפובליקאנער האבן נישט קיין צוקונפט דא״.

גאווערנער קאומא האט זיך באצויגן צום פרעזידענט׳ס ווערטער און אגעוויזן אז ארבייטסלאזיגקייט אין אפסטעיט ניו יארק האלט אין איין פאלן, און אז די עיקר שוועריגקייט פון פילע ניו יארקער איז די פאקט אז די רעפובליקאנער שטייער שניטן האבן געהעכערט שטייערן פאר ניו יארקער אין אפסטעיט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל