דער ״וואשינגטאן פאוסט״ - וועלכע געהערט פאר די זעלבע אייגענטומער ווי עמעזאן - האט נעכטן באריכטעט אז עמעזאן האט אנגעהויבן ערנסט באטראכטן אלטערנאטיווע פלענער פאר אירע פרישע הויפטקווארטירן וואס זי האט געפלאנט צו בויען אין קווינס, וויבאלד דאס רופט ארויס קעגערנשאפט פון לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען נישט צופרידן פונעם אפמאך וואס זיי האבן געשלאסן מיט די שטאט טאטעס.

עמעזאן האט געזאגט פאר די פאוסט אז זי האט נאכנישט געקויפט אדער געדונגען קיין פאקטישע שטחים אין לאנג איילענד סיטי און האט נאכנישט אינוועסטירט אינעם פלאן, דעריבער איז איר גרינג צו אנולרין דעם אפמאך און גיין זוכן א מער גאסטפריינטליכע לאקאל. איינוואוינער אין קווינס זאגן אז עמעזאן וועט פאקטיש בלויז העכערן די ריעל עסטעיט קאסטן, און רוב פון די ארבעטער וועלן נישט זיין קיין לאקאלע איינוואוינער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל