באפעלא - אן עקסידענט אין וועלכן עס זענען געווען פארמישט מער ווי 20 אויטאס און טראקס, האט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אפגעשלאסן א טייל פון די ניו יארק סטעיט טראוועי אין מערב ניו יארק, ווי שניי ווארענונגען זענען געווען אין קראפט, און מענטשן זענען אויפגעפאדערט געווארן צו פארבלייבן אינדערהיים, צוליב די ווינט-געטריבענע שניי און אונטער זערא פראסטן.

די סטעיט פאליציי האט געזאגט, אז טייל פון די אויטאמאבילן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די עקסידענט אום 2 אזייגער נאכמיטאג צווישן באפעלא און 2 ראטשעסטער , זענען געווען טרעילערס, טראצדעם וואס די טראקס זענען געווען פארבאטן פון ארומפארן אויף די הייוועיס זייט דינסטאג אווענט.

אלע לעינס פון די טראוועי טייל זענען צוריק געעפנט געווארן ביז מיטוואך אווענט. גאווערנאר קאומא האט געזאגט א טרעילער וועמענס דרייווער האט איגנארירט דעם פארבאט, האט "דזשעקנייפט" (ד.מ. זיך געגליטשט און אלס רעזולטאט געדרייט איבער די ברייט פונעם ראוד) מערב פון ראטשעסטער מיטוואך נאכמיטאג, און פאראורזאכט אן עקסידענט פון 21
אויטאמאבילן וואס האט פארוואונדעט עטליכע מענטשן,אריינגערעכנט א סטעיט טרופער.

קאומא האט נאך מיטוואך צופרי געווארנט, אז די וואס וועלן פארלעצן די פארבאט, וועלן באשטראפט ווערן. "איך גלויב אז געוויסע טרעילער דרייווער רעספעקטירן נישט די פארבאט, אבער זיי זאלן וויסן אז מיר וועלן דורכפירן דעם פארבאט און די סטעיט פאליציי וועט זיין אויף די ראודס מיטן פולן קראפט", האט דער גאווערנאר געזאגט ביי א נייעס קאנפערענץ אין באפעלא.

קאומא האט שפעטער ארויסגעגעבן א דערקלערונג וואס זאגט, אז "פארלעצער וועלן באשטראפט ווערן מיט טיקעטס פון 450 דאלער, צוויי פּוינטס אויף זייער לייסענס און פאטענציעלע קרימינאלע קלאגעס". ער האט צוגעגעבן, אז עס גייט אן א אויספארשונג אין די עקסידענט, און ווער עס וועט געפינען ווערן שולדיג אין טאן עפעס וואס ער האט נישט געטארט, וועט געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך צום געזעץ. די פארבאט פאר טרעילער און באסעס צו פארן אויפן אינטערסטעיט-90 ראטשעסטער און די פענסילוועניע גרעניץ, איז געבליבן אין קראפט אויך דאנערשטאג.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל