פרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ און צפון קאָרעאר פירער קים יאָנג אָן האבן איבערגעלאזט זייער סאמיט היינט דאנערשטאג אין האַנוי, וויעטנאַם, אָהן זיך אייניגן אויף אַ דענוקלעארעזאציע אָפּמאַך. א פּלאַנירטע אונטערשרייבונג צערעמאָניע איז אפגערופן געווארן.

די גרעסטע שטערונג איז געווען סאנקציעס קעגן צפון קארעא, האט טראמפּ געזאגט אין אַ פרעסע קאנפערענץ היינט נאָכמיטאָג לאקאלע צייט. קים איז "אינגאנצן" גרייט צו צונעמען נוקלעארע וואפן אין שליסל געביטן, אָבער די צפון קאָרעאר פירער וויל ערשט אלע סאַנקציעס אַוועקגענומען, האט טראמפּ געזאגט. "מיר קענען דאָס נישט טוהן".

נישט קענענדיג קומען צו אַ פארשטענדעניש, האבן די צוויי פירער באַשלאָסן צו ענדיגן די סאמיט פרי. "אסאך מאל דארף מען אוועקשפאצירן, און דאָס איז איינע פון די צייטן", האט טראמפּ געזאגט. "ווען מיר זענען זיך פונאדערגעגאנגען, איז עס געווען אַ זייער פריינדליכע שפאציר," האט טראמפּ געזאגט, כאַראקטעזירנדיג די באַגעגעניש צווישן די צוויי פירער אלס אָנגעפילט מיט "וואַרעמקייט". עס איז איצט נישט פארהאן קיין שום פּלענער פאַר צוקונפטיגע באגעגענישן, אָבער טראמפּ האט געזאגט אז ער קוקט ארויס צו די קומענדיגע באגעגעניש, ווען אימער עס קען זיין. "איך וואָלט געהאָפט אז עס וואָלט זיין בקרוב, אָבער עס קען נעמען אַ לאַנגע צייט".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל