מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו איז אָנגעקלאָגט געווארן מיט קאָרופּציע קלאגעס, האט די אטורני דזשענעראל געזאגט דאנערשטאג.

אטורני דזשענעראל אביחי מנדלבליט‎ האט געזאגט אז די קלאגעס פון כאבאר, שווינדל און ברעכן צוטרוי זענען פאַרבינדן צו דריי פאַרשידענע קעיסעס, און קומט נאָך צוויי יאר פון אויספאָרשונג. די אינדייטמענטס זיינען אויסגעשטעלט צו אַ פארהער, און איז די ערשטע מאל אין מדינת ישראל'ס געשיכטע, אז אַן אקטיווער פּרעמיער מיניסטער ווערט אנגעקלאגט מיט פאַרברעכן.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל