פּרעזידענט טראָמפּ און צפון קארעא'ס קים יאָנג אן האבן זיך וואַרעם געגרייכט די האנט היינט מיטוואך ווען זיי האבן זיך באגעגנט פאַר זייער צווייטע סאמיט אין וויעטנאַם.
טראָמפּ האט זיך געטראפן מיט די דיקטאַטאָר ביי די פינף-שטערן "סאפיטעל לעגענד מעטראפאל האַנוי" לוקסוס'דיגע האטעל בערך 6:30 נאכמיטאג לאקאלע צייט (6:30 פארטאגס, ניו יארק צייט). "מיר זענען דא היינט און איך האָף אַז מיר קענען צושטעלן אַ תכלית וואָס וועט אַלעמען צופרידנשטעלן. און איך בין זיכער אַז מיר קענען דאָס טוהן", האט קים געזאגט פאר טראָמפּ דורך אַ איבערזעצער.
טראָמפּ האט צוריקגעשמייליגט זיין קעגענער'ס אפטימיסטישע מעסעדזש, און געזאגט עס איז געווען אַ "כּבוד" זיך צו טרעפן מיט קים צום צווייטן מאָל. "עס איז באדייטענד צו זיין מיט דיר, מיר האבן געהאט אַ זייער געלונגענע ערשטער סאמיט", האט טראָמפּ געזאגט. "געוויסע מענטשן האבן געוואלט עס זאל גיין שנעלער, אָבער איך בין געווען זייער צופרידן מיט וואו מיר האלטן".
ער האט צוגעגעבן, "איך טראַכט אַז דיין לאַנד האט אַ ריזיגע עקאָנאָמישע פּאָטענציעל, אומגלויבליך, אהן א שיעור. איך גלויב אז איר וועט האָבן אַ ריזיגע צוקונפט ... איך קוק ארויס צו זעהן ווי עס פּאַסירט און [צו] העלפן אז עס זאל פּאַסירן". קים האָט צוריק געשמייכלט.

הוסף רשומת תגובה