א ניו דזשערזי פּאָוסטעל אַרבעטער איז אַרעסטירט געווארן נאָכדעם וואס זי האט איבערגעפארן צוויי מיטארבעטער מיט איר קאר דעם וואָך אינמיטן א קריגעריי, האט די פּאָליציי געזאגט. דער 27-יעהריגער לאַשאַנדע דזשאַנסאָן פון איסט אָראַנדזש איז אנגעקלאגט געווארן נאָכ'ן אנטלאפן פון די סצענע.

דער אינצידענט איז פאסירט די פארגאנגענע זונטאג פארמיטאג ווען פּאָליציי האָט געענטפערט אַ 911 רוף אין די יו. עס. פּאָוסטעל סערוויס'ס דאָמיניק ווי. דעניעלס פּראַצעסינג און דיסטריביושאָן צענטער אויף 850 ניואַרק טונפּייק אין קיערני, האבן אויטאריטעטן געזאגט. די פּאָליציי האט געפונען אַ 25 יעהריגער פרוי און אַ 26 יעהריגער פרוי - ביידע פּאָוסטעל ארבעטערס - געשעדיגט אין די פּאַרקינג לאַט. די באטראפענע האבן איבערגעגעבן אַז אַ דריטע פּאָוסטעל אָנגעשטעלטער האט זיי אראפגעקלאפט מיט איר קאר אינמיטן א קריגעריי, האט די פּאָליציי געזאגט.


באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל