פאריגן יולי האבן גנבים באוויזן צו ארויסדערווישן א קענגליכע אוצר וועלכע איז געווען באגראבן אינאיינעם מיט׳ן שוועדישן קעניג קארל דער ניינטער. דער אוצר האט אנטהאלטן עטליכע קרוינען און צירונגען פונעם זעכצנטן יארהונדערט, און איז געשאצט אין די צענדליגע מיליאנען. דער גניבה פון דעם נאציאנאלן אוצר האט געהאלטן פארנומען די פאליציי פאר לאנגע חדשים. פאליציי זאגט אז דער אוצר איז אפגעפונען געווארן אויף א מיסטעריעזן אופן, פארלאזט נעבן א מיסט קאסטן אין שטאקהאלם, און זיי האלטן אינמיטן באשטעטיגן אויב דאס איז נישט א פעלשונג צו פארקירעווען אויפמערקזאמקייט פונעם אויספארשונג.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל