דער איראנער נאציאנאלער זיכערהייט קאנסיל פארזיצער אַלי שאַמכאַני האט היינט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ מיט סיריער באאמטע אין דמשק, און פארשפראכן אז איראן וועט מער נישט פארשווייגן די מדינת ישראל אטאקעס קעגן איראנער צילן אין סיריע, און זי וועט רעאגירן מיליטעריש צו סיי וועלכע אטאקע. דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט רעאגירט אז מדינת ישראל וועט ווייטער אנהאלטן איר פאליסי פון טארפעדירן סיי וועלכע איראנער אנוועזנהייט נאנט צו אירע גרעניצן, און געזאגט אז ער וועט פארן קיין מאסקווע קומענדיגע וואך צו אפהאלטן געשפרעכן מיט פרעזידענט פוטין דערוועגן.

אַלי שאַמכאַני
איראנער נאציאנאלער זיכערהייט קאנסיל פארזיצער אַלי שאַמכאַני

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל