אין די לעצטע יאר האבן עסקנים לשם שמים אונטערגענומען א קאמפיין צו מחנך זיין קינדער קעגן די מגיפה פון טעכנאלאגיע וועלכע פלאגט כלל ישראל, דורכ'ן ארויסגעבן קארטלעך וועלכע טרייבן שפאס פון סמארטפאון באנוצער און מוטיגן די קינדער צו מעורר זיין די עלטערן צו אוועקשטיין דערפון. אין די לעצטע וואכן זענען עטליכע רבנים און מנהיגי קהלות ארויסגעקומען דערקעגן, זאגנדיג אז דאס גייט קעגן די וועג פון גדולי ישראל וועלכע האבן מתיר געווען דעם באנוץ פון א געפילטערטע סמארטפאון לצורך פרנסה, און לערנט אויס קינדער צו זיין חוצפה׳דיג צו עלטערן. נעכטן איז פארעפנטליכט געווארן א בריוו פון די לעיקוואודער ראשי ישיבות אין וועלכע זיי שרייבן אז ״טראץ וואס עס איז א וויכטיגער ענין צו אויסלערנען קינדער איבער די סכנה פון טעכנאלאגיע, קענען מיר בשום אופן נישט מסכים זיין צו אזא סארט נוסח״.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל