די ניו יארק סיטי העלט דעפּאַרטמענט האט געעפנט מאנטאג אַ נייע אויפמערקזאמקייט קאמפּיין, צו מוטיגן עלטערן צו טעסט'ן זייער קינדער'ס בלוט פאַר בליי ("לעד").

בשעת 80 פּראָצענט פון נ"י סיטי קינדער זענען גע'טעסט'ד כאטש איינמאָל איידער זייער דריטע געבורטסטאָג, זענען בלויז 50 פּראָצענט פון די קינדער גע'טעסט'ד ביי זייער ערשטע און צווייטע יארגאנג, לויט די שטאָטישע באאמטע. די קאמפּיין וועט אויך מוטיגן עלטערן צו באַריכטן אפשיילנדע פּעינט צו זייער לענדלארד אָדער רופן 311, וואָס איז די ערשטע מקור פון בליי עקספאוזער ביי קינדער.

בליי איז גיפטיג. עס איז געווארן אומלעגאל פאר פרישע באנוץ זינט איר סכנה איז אנדעקט געווארן, אבער עלטערע געביידעס ערהאלטן נאך בליי אין די פּעינט. פילע לענדער לאָזן נאָך דעם פאַרקויף פון פּראָדוקטן וואָס שטעלן אויס מענטשן צו בליי, אַריינגערעכנט עטלעכע טיפּן פון פּעינץ, קוילן און פייערקרעקערס. בליי איז אַ טאַקסין וואָס זאמלט זיך אָן אין ווייכע הויט, פלייש און ביינער, עס איז אַ נוראָוטאַקסין שעדיגענדיג די נערוון סיסטעם און פארדרייט די בייאַלאגישע פונקציעס, ברענגענדיג נוראולאגישע דיסאָרדערס, ווי ברעין שעדיגונג און אויפפירונג פּראָבלעמען.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל