איר, מיין טייערע איד, זענען צו קלוג צו וויסן אַז מיזעלס איז שלעכט פאר אייך און אַז די מיזעלס וואַקסין איז גוט. אבער עס איז פארהאן אסאך מיסינפאָרמאַציע וואס ווערט פארקויפט פאר גוט געלד, ספּעציעל יעצט ווען די קרענק איז באפאלן וואַשינגטאָן, טעקסאַס און ניו יארק.
די פּאַפּיר פון דער זשורנאַל פון אינפעקשאָנס דיזיזעס האט צוזאמגענומען געוויסע נוצבארע נומערן: אין די שפּעטי 1950'ס, איז געווען איין טויטפאל פון מיזעלס פאַר יעדער 1,000 געמאלדענע פעלער. פריער אין די יאָרהונדערט, ווען די געזונט און העלט-קעיר איז נאכנישט געווען אזוי גוט, איז די ראטע געווען מער ווי 26 טויטע פּער 1,000 קעיסעס.
יאָ, קינדער שטאַרבן פון מיזלעס! זיי קענען אויך אַנטוויקלען ערנסטע קאמפּליקאציעס. די שרייבער פון דעם פּאַפּיר שרייבן אַז אין די 1950'ס, ווען טויטן זענען געווען אַרום 450 פּער יאָר, "אלס אַ רעזולטאַט פון מיזעלס וויירוס אינפעקציעס, אַ דורכשניטליכקייט פון 150,000 פּאַציענטן האבן געליטן פון רעספּעראַטאָרי (אהטעמען) קאַמפּלאַקאציעס און 4,000 פּאַציענטן האט געהאט אינסעפאַלייטיס (מוח שוועלונג ל"ע) יעדער יאָהר, וואס איז פארבונדן מיט אַ הויכע ריזיקע פון נוראָלאַגישע סיקוואַלאַ (מוח אפשטארבונג) און טויט", רח"ל!
זי באציהט זיך צו א ספעציפישע מעשה וואס האט נישט קיין פרעצעדענט און איז אפגעלייקענט געווארן דורך די העלדן פון איר געשיכטע.
מיזעלס איז ברייט אנשטעקיג (פארשפרייט זיך שנעל). איר קענען אריינגיין אין אַ ליידיגע צימער וואו אַ מענטש מיט מיזעלס איז געווען, און אריינאָטעמען עטליכע פון די ווירוסעס וואס איז געבליבן אין די לופט, און ווערן אינפעקטירט. די דורכשניטליכע מענטש מיט מיזעלס, אין די צייטן פאר וואקסינאציע, האט אנעשטעקט 20 אנדערע. אין אַ פלאת מיט אסאך מענטשן (שוהל, שולע וכדומה) איז די סיטואַציע אסאך ערגער.
אויב 90-95 פּראָצענט פון מענטשן אין אַ באַפעלקערונג זענען וואקסינירט, קען עס זיין גענוג אַז א אויסברוך זאל נישט אנהאלטן פאר צו לאנג. אבער אויב אַ פּלאַץ פון אומוואקסינירטע מענטשן פאַרברענגען א וויילע צוזאַמען - אין אַ ביהמ"ד צום ביישפּיל, קען זיך די אויסברוך דארט אנהייבן, און גרינגער פארשפרייטן.
פרעגן די האלבע תמימים, אָבער ווערט באקומעט דען מיזעלס? נאר אומוואקסינירטע קינדער... אמת אז די אומשולדיגע קינדער וואס האבן נישט אליינס זיך געקליבן אזעלכע אומפאַראַנטוואָרטליכע עלטערן זענען די מערסטע אויסגעשטעלט אנגעשטעקט צו ווערן און עס פארשפרייטן צווישן זיי, אָבער אויך מענטשן מיט אפגעשוואכטע אימיון סיסטעמען וואס טארן נישט באַקומען די וואַקסינען ווערן אנגעשטעקט, און זייער שאנס פעס צו איבערלעבן איז אן אנדערע מעשה ליידער. א צווייטע סארט מענטש וואס איז נישט פארפלייצט מיט די אַנטי-וועקסער אנשיקעניש איז אויך אויף צרות, נעמליך פיצלעך קינדער אונמטער איין יאהר פאר'ן באקומען זייער ערשטע עם.עם.אר. שאט.
פילע פון די איינרעדענישן הייבט זיך אן מיט די אַנטי-וועקסערס, מענטשן מיט אַגרעסיוו-פארדרייטע קעפ וואס לופטערן געדאנקען וועגן וואָס וואַקסינען קענען אלץ טוהן, און זיי פארשרייטן די פאלשע אינפארמאציע כאטש זיי וואס קלאהר איז עס איז ליגנט, מיט די פארטייגידונג אז זיי טוען דאס פאר די גרעסערע ציהל פאר ראטעווען מענטשן פון די שרעקליכע רוחות פון די מעדעצינישע אינדוסטריע. אבער אסאך נארמאלע מענטשן קויפן ליידער אפ די שטותים, הויפטזענליך נייע עלטערן וואס דארפן באשלוסן וויאזוי צו אנגיין מיט זייער ערשטע קינד'ס וואַקסינאציעס, וואָס דאס בעסטע פאר זייער קינדער'ס געזונט. אַנטי-וועקסערס' מיסינפאָרמאַציע זייעט אן שרעק אויף די נייע עלטערן, באגלייט מיט זייערע געשיכטעס וואס ווערט אלת מער גרויזאם און אפגעזונדערט פון רעאליטעט. לאמיר דורכגייט עטליכע פון זייערע טענות און סיפורים, און זעהן די שקרים אויף וואס זיי בויען:
שקר: מיזלעס איז אַ אומשעדליכע קינדער קרענק
עס איז אמת אַז איידער עס איז געווען אַ וואַקסין, איז מיזעלס געווען אפט: 90 פּראָצענט קינדער האבן געליטן פון מיזעלס ביז זייער פופצנטע געבורטסטאג. אבער עס איז אויך געווען אַ שעדליגע און טויטליכע קרענק.די פּאַפּיר פון דער זשורנאַל פון אינפעקשאָנס דיזיזעס האט צוזאמגענומען געוויסע נוצבארע נומערן: אין די שפּעטי 1950'ס, איז געווען איין טויטפאל פון מיזעלס פאַר יעדער 1,000 געמאלדענע פעלער. פריער אין די יאָרהונדערט, ווען די געזונט און העלט-קעיר איז נאכנישט געווען אזוי גוט, איז די ראטע געווען מער ווי 26 טויטע פּער 1,000 קעיסעס.
יאָ, קינדער שטאַרבן פון מיזלעס! זיי קענען אויך אַנטוויקלען ערנסטע קאמפּליקאציעס. די שרייבער פון דעם פּאַפּיר שרייבן אַז אין די 1950'ס, ווען טויטן זענען געווען אַרום 450 פּער יאָר, "אלס אַ רעזולטאַט פון מיזעלס וויירוס אינפעקציעס, אַ דורכשניטליכקייט פון 150,000 פּאַציענטן האבן געליטן פון רעספּעראַטאָרי (אהטעמען) קאַמפּלאַקאציעס און 4,000 פּאַציענטן האט געהאט אינסעפאַלייטיס (מוח שוועלונג ל"ע) יעדער יאָהר, וואס איז פארבונדן מיט אַ הויכע ריזיקע פון נוראָלאַגישע סיקוואַלאַ (מוח אפשטארבונג) און טויט", רח"ל!
שקר: מיזלעס היילט קענסער
סארא שטותים! די דאזיגע באבא מעשה באקומט שטיצע פון דאַרלאַ שיין, א זרייבער, בלאָגער, און געוועזענער פאקס טעלעוויזיע פּראָדוצירער, און פרוי פון ווייסע הויז דעפּיוטי שטאב הויפט פאַר קאָמוניקאַציעס ביל שיין.זי באציהט זיך צו א ספעציפישע מעשה וואס האט נישט קיין פרעצעדענט און איז אפגעלייקענט געווארן דורך די העלדן פון איר געשיכטע.
שקר: די מיזעלס וואַקסין ארבעט נישט
די מיזעלס וואַקסין אַרבעט זייער גוט, אָבער קיין איין וואַקסינאציע איז פערפעקט. ווייל די מיזעלס וואַקסין איז 93 פּראָצענט ווירקזאם (אָדער 97 פּראָצענט, אויב איר באַקומען ביידע רעקאמענדידטע דאָזעס), קען אַ מיזעלס אויסברוך אינפעקטירן עטליכע פון די מענטשן וואָס זענען וואקסינירט געווארן.שקר: אַנטי-וועקסערס שעדיגן בלויז זיך אליינס
א מענטש וואס איז נישט וואקסינירט איז אויסגעשטעלט צו די קרענק, אָבער זיי זענען קענען דאס אויך פאַרשפּרייטן צו אנדערע.מיזעלס איז ברייט אנשטעקיג (פארשפרייט זיך שנעל). איר קענען אריינגיין אין אַ ליידיגע צימער וואו אַ מענטש מיט מיזעלס איז געווען, און אריינאָטעמען עטליכע פון די ווירוסעס וואס איז געבליבן אין די לופט, און ווערן אינפעקטירט. די דורכשניטליכע מענטש מיט מיזעלס, אין די צייטן פאר וואקסינאציע, האט אנעשטעקט 20 אנדערע. אין אַ פלאת מיט אסאך מענטשן (שוהל, שולע וכדומה) איז די סיטואַציע אסאך ערגער.
אויב 90-95 פּראָצענט פון מענטשן אין אַ באַפעלקערונג זענען וואקסינירט, קען עס זיין גענוג אַז א אויסברוך זאל נישט אנהאלטן פאר צו לאנג. אבער אויב אַ פּלאַץ פון אומוואקסינירטע מענטשן פאַרברענגען א וויילע צוזאַמען - אין אַ ביהמ"ד צום ביישפּיל, קען זיך די אויסברוך דארט אנהייבן, און גרינגער פארשפרייטן.
פרעגן די האלבע תמימים, אָבער ווערט באקומעט דען מיזעלס? נאר אומוואקסינירטע קינדער... אמת אז די אומשולדיגע קינדער וואס האבן נישט אליינס זיך געקליבן אזעלכע אומפאַראַנטוואָרטליכע עלטערן זענען די מערסטע אויסגעשטעלט אנגעשטעקט צו ווערן און עס פארשפרייטן צווישן זיי, אָבער אויך מענטשן מיט אפגעשוואכטע אימיון סיסטעמען וואס טארן נישט באַקומען די וואַקסינען ווערן אנגעשטעקט, און זייער שאנס פעס צו איבערלעבן איז אן אנדערע מעשה ליידער. א צווייטע סארט מענטש וואס איז נישט פארפלייצט מיט די אַנטי-וועקסער אנשיקעניש איז אויך אויף צרות, נעמליך פיצלעך קינדער אונמטער איין יאהר פאר'ן באקומען זייער ערשטע עם.עם.אר. שאט.
הוסף רשומת תגובה