עירבאס האט געמאלדן אז זיי וועלן אפשטעלן פראדוקציע פון זייער פראמינענטע דזשאמבאו דזשעט עי-380 אין יאהר 2021, וואס איז ערוארטעט צו ברענגן א פארלוסט פון דריי און א האלב טויזנט דזשאבס. די עי-380 האט געקאסט 25 ביליאן דאלער צו פראדוצירן, און האט געהאט איר ערשטע לופט רייזע 14 יאהר צוריק. די פירמע העט דערווייל דעליווערט 234 פליגערס פון די מאדעל, ווייניגער פון א פערטל פון די 1,200 וואס זי האט פאראויסגעזאגט. די וועלט פון אוויאציע איז אריבער א גרויסע טויש פון ווייניגער ריזיגע פליגערס צו מער קלענערע, וואס כאטש וואס עס מיינט מער הייבן און לענדענע, מער פילאטן און אנדערע טייערע קאסטן, ווערן אבער כמעט אלע זיצן אייביג אנגעפילט, און דאס וועגט איבער אלע קאסטן מיט פיל מער פראפיט.

די דאבל-דעק דזשעט איז די גרעסטע ציווילע פליגער אין באנוץ, מיט א מעגליכקייט פון העכער 800 פאסאזשירן, און פארמאגט אסאך ענטוזיאַסטן איבער די וועלט צוליב איר גיגאנטישע אויסזעהן און פונקציעס. עס שטעלט זיך אבער ארויס, אז ווען די אַוויאַטיאָניסטן איבער די וועלט האבן איר פארעהרט, האבן די לופטליניעס געהאט א פראבלעם אנצופילן אלע זיצן אז די רייזעס זאל זיך לוינען פינאנציעל, און דערפאר האט זיך עירבאס געמוטשעט פאר סעילס זינט די אנפאנג ווען די לופט-ריז איז די ערשטע מאל ארויסגעשטעלט געווארן. וואס האט אבער אראפגעברענגט די מאדעל צו איר קני, נאכדעם וואס איז הויפט קונד עמירעיטס עירליינס האט געמאלדן אז זי וועט שניידן אירע באשטעלונגען פאר די מאדעל. דאס קומט א וואך נאכדעם וואס די קוואַנטאַס לופטליניע האט אפגערופן איר באשטעלונג פון אכט פון די פליגער, וואס האט שוין דאן ארויסגערופן צווייפל אין די צוקונפט פון די מאדעל.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל