עקאנאמיסטן איבער די וועלט קוקן שטארק ארויס אויף א פרעצדענטעלאזע פראגראם אין פינלאנד, אונטער וועלכע די רעגירונג צאלט פאר מענטשן וואס זענען ארבעטסלאז א ״באזיס איינקונפט״ פון 560 יורא וואס איז גענוג אויף צו לעבן גאר באשיידן, ביז זיי טרעפן א פאסיגע דזשאב.

עקאנאמיסטן וועלכע האבן אנטוויקלט דעם פראגראם גלויבן אז עווענטועל וועט דאס העלפן מענטשן טרעפן א דזשאב וועלכע זיי האבן אן אינטערעסע אדער טאלאנט אנשטאט אריינפאלן אין די ערשטע דזשאב וואס זיי טרעפן, און אזוי אויך זיך לערנען א פאך, און דאס וועט עווענטועל אויפלעבן דעם עקאנאמיע.

דער פראבע-פראגראם האט זיך אנגעהויבן מיט צוויי יאר צוריק און וועט לויפן נאך צוויי יאר. די עקאנאמיסטן וועלכע האבן אן איבערזיכט אויפ׳ן פלאן האבן ארויסגעגעבן די צווישן-רעזולטאטן וועלכע צייגן אז טראץ וואס מען האט געגלייבט אז דאס וועט נידערן די ארבעטסלאזיגקייט, האט דאס אייגנטליך געהעכערט ארבעטסלאזיגקייט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post