שפיאנאזש קוועלער האבן באריכטעט צו די פרעסע, אז דער גייסטליכער און מיליטערישער פירער פון אייסיס אבו-באכאר על-באגדאדי האט באוויזן צו איבערלעבן א ערנסטע לעבנס געפאר ווען גרופע דשיהאדיסטן האבן געפלאנט אים צו אומברענגען.
לויט די באריכטן, האבן די געציילטע לייבוועכטער וועלכע באהאלטן זיך אויס מיט אל-באגדאדי אין מזרח סיריע באוויזן אים צו ראטעווען און עס האט געברענגט צו א ערנסטע פייער אויסטויש אין וועלכע צוויי קעמפער זענען אומגעקומען.
אייסיס האט אידענטיפיצירט דעם אנפירער פון די שפלינטער גרופע אלס אבו מאטע על-דשאזיירע און אנגעבאטן א הויכן פרייז פאר זיין קאפ. און אזוי אויך גלויבט מען אז דער אייסיס פירער איז ווארשיינליך אריבערגעשמוגלט געווארן צו א צווייטער ראיאן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה