דשאן דינגעל, דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון מישיגען, איז נעכטן געשטארבן אין עלטער פון 92 יאר אלט. דינגעל האט געמאכט היסטאריע מיט׳ן דינען די לענגסטע צייט אין קאנגרעס אין אמעריקאנער געשיכטע.

ער איז צום ערשטן מאל ערוועלט געווארן אין 1955 צו איבערנעמען דעם זיץ פון זיין טאטן, האט געדינט פאר 59 יאר ביז׳ן פענסיאנירן אין 2015, און זיין זיץ איז ערפולט געווארן דורך זיין ווייב וועלכע איז ערוועלט געווארן אים צו איבערנעמען, און אזוי ארום איז דער זיץ געבליבן אין די פאמיליע פאר ארום א הונדערט יאר.

דינגעל האט געדינט אונטער 11 אמעריקאנער פרעזידענטן, און האט זיך - דורכאויס זיין לאנגע קאריערע - ערווארבן א רעפוטאציע אלס איינע פון די מאכטפולע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און א שטיצער פון פראגרעסיווע און ליבעראלע פאליסיס.

ער איז צווישן אנדערע געווען פון די שטארקע שטיצע פון ״סיוויל רייטס אקט״ טראץ וואס עס איז געווען שטארק אומפאפולער אין זיין דיסטריקט און האט אים כמעט געקאסט זיין קאריערע. און אויך געווען גאר אינסטרומענטאל אין העלפן פרעזידענט אבאמא אריבערפירן אבאמא קעיר אין קאנגרעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל