דער אמטירנדער אטוירני זשענעראל מעט וויטעקער, איז היינט ערשינען פארנט פון א פאנעל אינעם יורידישן קאמיטע אין קאנגרעס, ווי ער איז געצימבלט געווארן דורך דעמאקראטן איבער מעגליכע קעגנזייטיגע אינטערעסן, און הויפטזעכליך איבער דעם רוסלאנד אויספארשונג.

דעמאקראטן האבן אויפגעברענגט זייער פארדאכט אז ער זוכט צו ענדיגן דעם אויספארשונג, אבער ער האט פארזיכער אז ער מישט זיך נישט און לאזט עס אנגיין, און אזוי אויך געזאגט אז ער האט נישט דיסקוטירט דעם אויספארשונג מיט׳ן פרעזידענט אדער מיט סיי וועמען אינעם ווייסן הויז.

דעמאקראטן האבן אים אויך געצימבלט איבער פריוואטע אנלעגנהייטן, און איבער זיין פארגאנגנהייט אין א פירמע וועלכע האט - לויט באשולדיגונגען - באשווינדלט אינוועסטירער. רעפובליקאנער אינעם קאמיטע האבן שארף פראטעסטירט די צוגאנג פון די דעמאקראטן און זיי באשולדיגט אין שאפן א צירקוס מיט׳ן ציל צו פארשעמען באאמטע אינעם טראמפ אדמיניסטראציע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל