וואשינגטאן האט נעכטן אויפגענומען מיט אפטימיזם די עפנטליכע באמערקונגען פונעם רעפובליקאנער סענאטאר ריטשארד שעלבי, וועלכער איז טייל פון די אומפארטייאישע גרופע פון געזעצגעבער וועלכע פארהאנדלן יעצט איבער אן אפמאך צו האלטן אפן די רעגירונג און פארזיכערן פאנדינג פאר גרעניץ זיכערהייט.

ער האט געזאגט אז די קאמיטע ארבעט אויף א פארשלאג פון די דעמאקראטן פאר א ברייטע פלאן וועלכע נעמט אריין טעכנאלאגיע, מער וועכטער, און אויך צוימען אויף גרויסע שטרעקעס פונעם גרעניץ. אבער נישט קיין וואנט אדער הויכע אייזענע שטאנגען וואס דער פרעזידענט האט פארלאנגט.

דאס ווייסע הויז האט סיגנאליזירט אז דער פרעזידענט איז גרייט אויף א קאמפראמיס, און זוכט נישט צו צווינגען נאך א שאטדאון איבער דעם, אזוי אויך האט מען געהערט פון נענסי פעלאוסי אז די דעמאקראטישע פארטיי וועט איינגיין אויף א קאמפראמיס צו פארמיידן א שאטדאון.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל