אידן אין ארץ ישראל און איבער די וועלט, זענען צוטרייסלט פונעם שוידערליכן אינצידענט, אין וועלכע די קערפער פון א 19 יעריג מיידל איז געפונען געווארן אין א וואלד נעבן ירושלים, די קערפער איז געפונען געווארן מיט סימנים אז זי איז ל״ע אריבער פייניגונגען דורך די רוצחים, און פאליציי פארשט אויב עס האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע.

דאס מיידל איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אורי-ה אונסבעכער פונעם רעליגיעזן שטעטל תקוע נישט ווייט פון ירושלים, איר פאטער איז א רב אין די ארטיגע קהלה און זי האט געדינט אלס א טעראפיסט פאר קינדער, איר לוויה איז ארויסגעגאנען הארט פאר שבת מיט הארצרייסנדע בכיות.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל