אין זיין ערשטער פראגע-און-ענטפער סעסיע מיט רעפּאָרטערס זינט ווערן ​​צייטווייליגער אטורני דזשענעראל לעצטע נאוועמבער, האט מעט וויטעיקער היינט געמאלדן אַז ספעציעלן אויספארשער ראבערט מוללעררוסישע אויספאָרשונג איז "נאָענט צו זיין געענדיקט".

וויטעיקער'ס באַמערקונג קומט נאָר טעג וואס מוללער האט באפוילן די דראַמאַטישע פארטאגס אַרעסט פון לאנגיעריגער טראמפ ראטגעבער און פאליטישע סטראטעגיסט ראַדזשער סטאָון אויף קלאגעס אז ער האט ליגנט געזאגט פאר קאנגרעס און געהייסן אן אנדער עדות אויף צו טאָן די זעלבע.

"איך בין געהעריג אינפארמירט געווארן, און איך קוק ארויס אז מוללער זאל איבערגעבן דעם ענדגילטיגן באַריכט," האָט וויטעיקער געזאגט. "דערווייל איז די אויספאָרשונג נאָענט צו זיין פארענדיקט".

אין ענטפער, האט עדעם שיף, דער טשערמאן פון די הויז שפיאנאזש קאמיטע גע'טוויט'ד אַז וויטעיקער'ס באַמערקונגען זענען אומפאסענד. "ווילאנג די אויספארשונג גייט אן, קען מוללער אליינס רעדן פאר זיך", שרייבט שיף, נאָכ'ן טענה'ן אַז וויטעיקער האט זיך געזאָלט אפזאגן פון איבערזוכט אויף די רוסישע אויספאָרשונג, אין טייל צוליב זיינע פאַרגאַנגענע באַמערקונגען אויסדרוקענדיג באגעבר צו באגרעניצן מוללער'ס אויטאָריטעט. וויטעיקער האָט אויך געצויגן קריטיק פאַר'ן פארדינען כמעט א מיליאָן דאלער פון אַ סודות'פולע רעכט-גענויגטע נאָן-פּראַפיט ארגאניזאציע, פאר ער זיך אנגעשלאסן אין די יוסטיץ דעפּאַרטמענט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל