פינף לאו ענפאָרסמענט אָפיצירן זענען דערשאָסן געווארן אין יוסטאָן היינט מאנטאג "נאכפאלגענדיג אַ אנשטויס מיט אַ פארדעכטיגטער," האבן אויטאריטעטן געזאגט.

דעטאלן איבער די שיסעריי און די צושטאנדן פון די אפיצירן זענען נישט גלייך ארויסגעגעבן געווארן. די פּאָליציי האט באשטעטיגט אַז איין פארדעכטיגטער פארשוין איז טויט אויף די סצענע, און אַז די סוואַט-טיעם ארבעט צו פארזיכערן אז עס זענען נישט פארהאן קיין אנדערע פארברעכער אויף דעם אָרט.

די שיסעריי האט פאסירט ווען אפיצירן פון די נאַרקאָטיקס דיוויזיע האבן סערווירט אַ וואָרענט, האט די מידיא געמאלדן.

דזשאָו גאַמאַלדי, דער פּרעזידענט פון די יוסטאָן פּאָליס אָפיס'ס יוניאן, האט גע'טוויט'ד אַז די אפיצירן זענען אויפ'ן וועג צום שפיטאל, מיט כאטש איינער ווערנדיג געפלויגן דורך א העליקאָפּטער.









קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל