די עף-בי-איי האט היינט אינדערפרי ארעסטירט דער לאנגיעריגער טראמפ ראטגעבער און פאליטישע סטראטעגיסט ראַדזשער סטאָון, וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן דורך דער ספעציעלן אויספארשער ראבערט מוללער מיט 7 קלאגעס, אריינגערעכנט יוסטיץ-אבסטרוקציע און מיט׳ן ליגנט זאגן פאר אויספארשער אונטער שבועה. ער איז נעכטן געפונען געווארן שולדיג פארנט פון א דזשורי אונטער פארמאכטע טירן. סטאָון האט געארבעט פארן טראמפ קאמפיין און איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט "וויקיליעקס" צו קאארדינירן ליעקס קעגן הילערי קלינטאן, און האט ליגנט געזאגט פאר אויספארשער דערוועגן. דער באשולדיגונגס דאקומענט טוט אנדייטן אז נאך אינעם טראמפ קאמפיין זענען ערווארטעט צו ווערן אנגעקלאגט, אבער דאס ווייסע הויז פרעסע סעקערטארין סערא האקעבי סאנדערס האט געזאגט אז דער פרעזידענט איז נישט באזארגט און דאס האט גארנישט צוטון מיט אים.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל