עס איז נעכטן אויפגעדעקט געווארן אז ווייסע הויז באאמטע האבן צוריקגעוויזן אן אפליקאציע פאר ספעציעלע סעקיוריטי קליערענס פאר דזשעראד קושנער, אבער זייער באשלוס איז אפגעווארפן געווארן דורך העכערע באאמטע אינעם טראמפ אדמיניסטראציע. דער פארלאנג פון קושנער צו גאר-סענסיטיווע אינפארמאציע איז צוריקגעוויזן געווארן דורך באאמטע אינעם פענטאגאן, אבער דאן האט די טראמפ אדמיניסטראציע טראצדעם עס באשטעטיגט. דעמאקראטישע באאמטע אין קאנגרעס זאגט אז זיי ווילן אויספארשן ארום דרייסיג פעלער אין וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע האט צוריקגעוויזן די אנווייזונגען פון עקספערטן איבער סעקיוריטי קליערענס. עס איז נישט קלאר פארוואס קושנער׳ס פארלאנג איז צוריקגעוויזן געווארן, און געוויסע באריכטן זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט זיינע ביזנעס פארבינדונגען און אנגעוויזנקייט אויף אויסלענדישע קאמפאניס וואס קען ברענגען דערצו אז אויסלענדישע רעגירונגען זאלן דאס אויסנוצן צו ארויסבאקומען פון אים אינפארמאציע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה