נעכטן האבן ביידע פארטייען ארויפגעלייגט פלענער פאר א בודשעט און צו ענדיגן דעם שאטדאון, אבער ביידע האבן נישט באקומען די נויטיגע זעכציג שטימען. זעקס רעפובליקאנער האבן געשטימט פאר'ן דעמאקראטישן פארשלאג וועלכע וואלט פינאנצירט דעם רעגירונג אבער נישט קיין גרעניץ וואנט. דער דעמאקראטישער פארשלאג האט באקומען 52 שטימען אלס אינאיינעם, טראץ וואס אין אן אפשטימונג אין דעצעמבער האבן אלע רעפובליקאנער געשטימט פאר דעם זעלבן ביל. און אלע דעמאקראטן האבן אפגעווארפן דעם רעפובליקאנער פארשלאג וועלכע האט אריינגענומען געלט פאר'ן וואנט. נאך דעם וואס קיין איין ביל האט נישט באקומען די נויטיגע שטיצע האבן זיך די צוויי פירער מיטש מעקאנעל און טשאק שומער געזעצט פארהאנדלן, פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וועט אננעמען סיי וועלכע קאמפראמיס זיי קומען זיך אדורך אויב עס נעמט אריין געלט פאר'ן וואנט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל