א גרופע מיטגלידערס אין א אנטי-מוסלעמענער ווייסע מיליציע, האבן זיך דערקלערט שולדיג אויף באמבאדירן א מוסלעמענער מעטשעט אין מינעסאטע, זאגנדיג אז זייער מאטיוו איז געווען צו דערשרעקן מוסלעמענער און זיי ברענגען צו פארלאזן אמעריקע. פאליציי האט אידענטיפיצירט מייקל מעקווארטער, א 29 יעריגער, און דזשאו מאריס א 23 יעריגער אינאיינעם מיט מייקל הארי א 47 יעריגער, אלס מיטגלידער אין דעם "ווייט רעביט" גרופע וועלכע האבן זיך פארנומען מיט טעראר פלענער קעגן נישט-ווייסע מינאריטעטן. דער באמבע אטאקע איז פארגעקומען צוויי יאר צוריק אין דעם דיר-אל-פארוק צענטער אין מינסאטע. די גרופע איז געקומען צו פארן פון אילינאי אדורצוכפירן דעם אטאקע. אין אנדערע נייעס, האט די אנטי דעפעמאציע ליגע ארויסגעגעבן זייער יערליכע באריכט פאר 2018, שרייבנדיג אז דאס יאר האט געבראכן אלע פריערדיגע רעקארדס מיט ראסיסטישע אטאקעס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל