בררר! עס איז יעצט מערסטענס זוניג אבער פארפרוירן קאלט איבעראל, בערך 14-15 דעגריס. ביינאכט פאלט (יא, זי קען...) די טעמפּעראַטורן נאכמער, אין שטאט צו בערך 14 דעגריס אבער וועט זיך שפירן צווישן זערא און 10 אונטער זערא מיט די ווינטן, און אָפּסטעיט וועט זיין דריי דעגריס און וועט זיך שפירן צווישן פינף און צען אונטער זערא.

מארגן וועט זיין זוניג, 29 אין שטאט און 27 אָפּסטעיט, און וועט זיך שפירן צווישן פינף ביז -5 אין שטאט און צווישן זערא און -10 אָפּסטעיט. דינסטאג נאכט וועט זיין פארוואלקענט, בערך 28 אין שטאט און 19 אָפּסטעיט, און וועט זיך שפירן 20-25 אין שטאט און 10-15 אָפּסטעיט.

מיטוואך איז פארהאן א קליינע מעגליכקייט פאר שניי צופרי אין שטאט און א גרעסע שאנס אָפּסטעיט אביסל שפעטער פארמיטאג, אבער עס וועט זיך ווארשיינליך גארנישט אנכאפן; העכסטענס ממש א קאוטינג. דאן וועט גאנץ-ווארשיינליך קומען א רעגן. עס וועט זיין בערך 45 אין שטאט און 41 אָפּסטעיט. ביינאכט איז פאראויסגעזעהן רעגן, 41 אין שטאט און 36 אָפּסטעיט.

די רעגן וועט אנגיין דאנערשטאג, מיט 49 אין שטאט און 45 אָפּסטעיט. ביינאכט בלייבט פארוואלקענט, מיט 29 אין שטאט און 23 אָפּסטעיט.

פרייטאג בלייבט מערסטענס פארוואלקענט, מיט 36 אין שטאט און 32 אָפּסטעיט. פרייטאג צונאכטס בלייבט ווייטער פארוואלקענט, מיט 18 אין שטאט און 12 אָפּסטעיט.

שב"ק וועט זיך אביסל אויסקלאהרן די הימלען אבער קאלט, מיט 29 אין שטאט און 24 אָפּסטעיט. מוצש"ק וועט זיין 21 אין שטאט און 15 אָפּסטעיט.

זונטאג איז פארהאן א פערציג פראצענטיגע שאנס פאר שניי, מיט 36 אין שטאט און 32 אָפּסטעיט, ביינאכט בלייבט די זעלבע שאנס פאר שניי, מיט 25 אין שטאט און 19 אָפּסטעיט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל