די אויפבוי פון אַ נייעם 37 מיליאָן דאָלערדיגע צוגאַבע צו די טערמינאַל פון "ניו יאָרק סטואַרט אינטערנעשאָנעל" וועט פאָראויסגיין טראָץ די אומזיכערהייט איבער די אָנגייענדע אָנוועזנהייט פון "נאָרוועגיען עיר", די איינציגסטע לופט–ליניע וועמענס פּאַסאַזשירן וועלן עס נוצן.

די פּאָרט–אויטאַריטי זאָגט, אַז די צוגאַבע פון אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָנקום–זאַל איז אַ טייל פון איר העכער 200 מיליאָן דאָלערדיגע אינוועסמענט אין סטואַרט'ס אינפראַסטרוקטור זייט זי האָט איבערגענומען קאָנטראָל פון די עירפּאָרט מיט 10 יאָר צוריק.

אין אַ סטעיטמענט זאָגט די פּאָרט–אויטאַריטי: "די צילן פון די אינוועסמענטס איז צו פאַרשטאַרקן די עירפּאָרט'ס מעגליכקייט פאַר אָנגייענדע וואוקס פון אינטערנאַציאָנאַלע און דאָמעסטיק פלי–רייזעס, און מיר האָבן צוטרוי אין סטואַרט'ס וואַקסענדע רוף פאַר לופט–ליניעס און פּאַסאַזשירן צוגלייך".

"נאָרוועגיען עיר", וועמענס עקסטרעם–שנעלע אויסברייטערונג האָט איר געברענגט צו די ברעג פון נישט קענען באַצאָלן אירע בעלי–חובות, האָט נאָרוואָס געמאָלדן, אַז זי וועט פאַרשליסן איר מיני-האָב באַזע אין "ניו יאָרק סטואַרט אינטערנעשאָנעל עירפּאָרט" שפּעטער דאָס יאָר, מיט די פירמע'ס קאָנצענטראַציע אויף שניידן קאָסטן און צוריקגיין צו פּראָפיטן. אין דער זעלבער צייט, האָט די עירליין אויפגעברענגט די מעגליכקייטן, אַז זי וועט מאַכן אַדזשאָסטמענטס צו דער ווינטער 2019-2020 סעזאָן באַזירט אויפ'ן פאַרלאַנג.

די נייע פּערמאַנענטע 20 טויזנט סקווער–פיס פעדעראַלע אינספּעקשאָן–סטאַנציע פאַר די יו–עס קאָסטומס איז אַ 30 מיליאָן דאָלער אינוועסטמענט, וואָס וועט ערזעצן אַ צייטווייליגע סטאַנציע און העכערן די עירפּאָרט'ס מעגליכקייטן צו פאַרגרעסערן די רייזע–אַקטיוויטעטן און פּאַסאַזשיר–צאָל. די אויסברייטערונג וועט פאַרבעסערן די מעגליכקייט פון דעם עירפּאָרט צו באַהאַנדלען אָנקומענדיגע דאָמעסטישע און אינטערנאַציאָנאַלע פּאַסאַזשירן אין דער זעלבער צייט.

אַזוי ווי דאָמעסטיק און אינטערנאַציאָנאַלע פּאַסאַזשירן מוזן זיין אָפּגעטיילט אין עירפּאָרטס, ווערט דערווייל גענוצט אַ רוק–וואַנט אין סטואַרט–עירפּאָרט, ווען אינטערנאַציאָנאַלע רייזעס קומען אָן. ווען עס וועט זיך עפענען דאָס קומענדיגע יאָר, וועט די צוגאַבע זיין אַ באַזונדערע אָפּטיילונג מיט אירע אייגענע אַריינגאַנגען פון די געיטס, באַגאַזש–קלעים געגנט, טוילעטס, "גלאָבעל ענטרי" קיאָסקן און אנדערע סערוויסעס, וואָס וועט ערמעגליכן אז די איבריגע טערמינאַל זאָל צוריקקומען צו "נאָרמאַל".

די שנעל–סוקסעספולע ערשיינונג פון "נאָרוועגיען עיר" — סטואַרט'ס ערשטע אינטערנאַציאָנאַלע לופט–ליניע — אינמיטן 17 ', האָט געצוואונגען די "סטואַרט–עירפּאָרט קאָמישאָן" צו דריקן די פּאָרט–אויטאַריטי צוריקצוברענגען די צוגאַבע צו אירע בודזשעט נאָכ'ן עס אַרויסשניידן צוויי יאָר פריער.

אין אירע ערשטע זעקס חדשים, האָט "נאָרוועגיען עיר" געהויבן סטואַרט'ס פּאַסאַזשיר–שטאַפּלען צו איר בעסטע ציפערן זייט 2008, מיט די פאַרשפּרעכונג צוזאָג דאָס צו ווידערהאָלן אין 2017.

גאָווערנאָר קואָמאָ — וועלכער טיילט מיט קאָנטראָל פון די פּאָרט–אויטאַריטי מיט ניו דזשוירזי'ס גאָווערנאָר — האָט דעם פאַרגאנגענעם יאָר צוגעוואָרפן זיין שטיצע צו די לאַביאירונג פאר אַן אינספּעקשאָן–סטאַנציע, און די פּאָרט–אויטאַריטי האט דערנאָך גענומען שריט. דער גאָווערנאָר און די פּאָרט–אויטאָריטי אַרבעטן אויף אַלע פראָנטן צו פאַרברייטערן דעם באַנוץ פון "ניו יאָרק סטואַרט אינטערנעשאָנעל".

די בוי–אַרבעט פון די צוגאַבע וואָס וועט זיך אָנהייבן דאָס יאָר, ווערט געשאַצט צו קאָסטן 19.6 מיליאָן דאָלער, און די איבריגע 10.4 מיליאָן דאָלער וועט דעקן אויסגאַבן ווי פּלאַנירונג, אינזשענירונג, אינשורענס, אַדמיניסטראַציע און פאַר אומגערישטע סיטואַציעס.

עס ווערט געשאַצט, אַז סטואַרט איז די שנעלסט–וואַקסנדע עירפּאָרט, און די אַגענטור וועט ווייטער שטיצן דעם וואוקס מיט די אויסברייטערונג פון אינסטאָלאַציעס פאַר אינטערנאַציאָנאַלע רייזנדע, וואָס מען וועט אָנהייבן צו אַרבעטן נאָך דעם יאָר.


פון ק"י וואכנשריפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל