קינגס קאונטי סופרים קאָורט ריכטער און זיין ליגעל קלורק אורטיילן לטובת ​​פרידליכע צוזאמארבעט...

די ריכטער ר' נח דיער, אַ ארטאדאקסישע איד, און זיין הויפט אדווייזער דימאַ אַזיזי, אַ סירישע מוסלעמענער, האָבן געהויבן אויגנברעמען אין די סופרים קאָורט זינט זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן צוזאַמען צוויי יאָר צוריק, האט דיער געזאָגט פאר די מידיא.

"ווען מענטשן זעען דימאַ דאס ערשטער מאָל, קוקן זיי נאכאמאל צוריק אויב זיי האבן גוט געזעהן...", האט ער געזאגט. "מיט דער קאמענטאר, 'וואָספארא סארט קאָמבינאַציע, אַ ארטאדאקסישע איד מיט אַ סירישע מוסלעמענער פרוי - עס איז אומגלויבליך' ".

דיער, וואס טראגט אַ חרידישע טראַגע, האט געזאגט אַז ער און אַזיזי, וואָס גייט מיט א הידזשאַב יעדער טאָג, רעדן אָפן וועגן זייערע אונטערגרונט פונאדערשיידן, אַריינגערעכנט זייערע ביידע טראָגן רעליגיעזע לבוש, האלטן רעליגיעז-באזירט דיעטן, און דאווענען טעגלעך.

"איך קען זיך אידענטיפיצירן מיט איר און איר אויסזעהן ווייל איך טראָג אַ יאַרמולקע", האט דער ריכטער געזאגט. "רעליגיעזע פרויען וואָס באדעקן זייערע האָר זענען אָפט נישט אויסגעשטעלט צו די זעלבע גוטע געלעגנהייטן צוליב די וועג וואָס זיי טוען זיך אן, און צוליב זייערע אונטערגרונט". דער שליסל צו דיער און אַזיזי'ס סוקסעס אלס אַ טיעם איז זייער מעגליכקייט זיך אהערצושטעלן אין אַ "צוגעלאזענע, פיינע, פראפעציאנאלע וועג," לויט דער ריכטער'ס סיניאר קאָורט קלורק סוזען מאַרש, וואס זאגט אז זי האט געארבעט מיט אים פאַר דריי יאר.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל